ESEQ Technology Forum
Where hotlines speak!

php אויסלערנען


א
אידיש
37 POSTS
: March 9, 2022, 4:05 am
אפשר זאל מען אויסלערנען פארן גאנצן ציבור PHP אז די גאנצע עולם זאל קענען הנאה האבן פון דאס וואס מען קען אלץ מאכן מיט PHP און מען וועט ארויס לייגן איינער פארן צוויטן זייערע איידיעסעס וועט זיין א בחינה פון זה נהנה וזה נהנהזאל די עולם לאזן הערן זייער מיינונג און אפשר קען מען זיך שוין ערענסט גרייטןהכונו הכונו!!!!!!!!!

E
Eseqtechusa
165 POSTS
: March 9, 2022, 7:57 pm
@אידיש אמר ב[php אויסלערנען](/post/795):> אפשר זאל מען אויסלערנען פארן גאנצן ציבור PHP אז די גאנצע עולם זאל קענען הנאה האבן פון דאס וואס מען קען אלץ מאכן מיט PHP און מען וועט ארויס לייגן איינער פארן צוויטן זייערע איידיעס> שאלה א יהיה איך להשתמש אם הורקו

A
Amk
263 POSTS
: March 9, 2022, 11:59 pm
@eseqtechusa וואס איז הורקו?

A
Amk
263 POSTS
: March 10, 2022, 12:04 am
@אידיש אמר ב[php אויסלערנען](/post/795):> אפשר זאל מען אויסלערנען פארן גאנצן ציבור PHP אז די גאנצע עולם זאל קענען הנאה האבן פון דאס וואס מען קען אלץ מאכן מיט PHP און מען וועט ארויס לייגן איינער פארן צוויטן זייערע איידיעס> > עס וועט זיין א בחינה פון זה נהנה וזה נהנה> זאל די עולם לאזן הערן זייער מיינונג און אפשר קען מען זיך שוין ערענסט גרייטן> הכונו הכונו!!!!!!!!!אדרבה איך בין גרייט מיטצוארבעטן!!

E
Eseqtechusa
165 POSTS
: March 10, 2022, 12:15 am
https://www.heroku.com/phpשטעלט צו פרייע האסטינג

א
אידיש
37 POSTS
: March 10, 2022, 4:00 am
@eseqtechusa מיש ארויסHEROKUפון די בילד. מען גייט דא אויסלערנען די שפראך PHP פארן ציבוראון בנוגע די HOSTING וועט עסק צושטעלן א פאבליק פלאץ ווי יעדער וועט קענען שרייבן PHP (עכ"פ איך האף אזוי)

E
Eseqtechusa
165 POSTS
: March 10, 2022, 8:12 pm
https://www.heroku.com/phpשטעלט צו פרייע האסטינג

ש
שלום
199 POSTS
: March 10, 2022, 11:35 pm
@אידיש ok, מ'גייט מאכן א קבוצה אין די פורום וואס וועט טוהן אין די נושא,ווער ס'וויל זיך אנטראגן צו צולייגן א האנט, אין אנפירן די קבוצה, אדער אין אויסלערנען php פאר די עולם, אדער ווער ס'האט הצעות אויף וועלכע וועג זאל מען בויען די קבוצה, אדער אין סיי וואס צוהעלפן צו די נושא, ווערט געבעטן זיך צו ווענדן צו sholom996@gmail.comלעת עתה וועט עסק נישט צושטעלן האסטינג, אבער ס'זענען דא פארשידענע פלאטפארמעס וועס געבן האסטינג בחינם, למשל https://www.000webhost.com/אסאך הצלחה

A
Amk
263 POSTS
: March 10, 2022, 11:44 pm
@שלום איך האב נישט קיין אימעיל אבער איך שרייב דא אז פון מיין זייט בין איך גרייט צו שרייבן יעדן טאג איין סטעפ

ש
שלום
199 POSTS
: March 10, 2022, 11:46 pm
@amk בסדר, אי"ה וועסטו זיין אין די קבוצה, און דו וועסט אי"ה זיין ערלויבט צו אריינצושרייבן.בל"נ נאך שבת וועט מען אויפמאכן די קבוצה

A
Amk
263 POSTS
: March 10, 2022, 11:47 pm
@amk איך שרייב שוין יעצט און וואו מ'פלאנט עס צו לייגן קען מען אריבערלייגן די שריפטן פון מיר אויך

A
Amk
263 POSTS
: March 11, 2022, 1:07 am
@amk נישט יעדע קאמפיוטער פארשטייט פה"פ פארדעם דארף מען אינסטאלן ספעציעלע סאפטוועיר כדי עס צו מאכן ארבעטן און אזוי קען מען ווייטער פראקטעצירן.מען קען אינסטאלן די סאפטוועיר פון:https://www.apachefriends.org/index.htmlמאך זיכער צו דאונלוידן די ריכטיגע פאר דיין קאמפיוטער געוואנדען אויב ס'איז 32bit אדער 64bit מ'קען עס אויסגעפונען דורכ'ן אריין לייגן ביי די windows search די ווארט "version" נאכ'ן דאונדלוידן עפן אויף, עס קומט ארויף א ליסטע פון זאכן וואס מ'קען אלץ אינסטאלן די זאך וואס פעלט דא אויס איז apache מאך זיכער אז יענץ האט א טשעק.(ס'קומט דארט ארויף עדוועטייזמענט בשעת'ן אינסטאלן ס'פעלט נישט אויס צו דרוקן גארנישט)איינמאל ס'איז אינסטאלט לייג אריין ביי windows search : XAMPP control דרוק אויף וואס ס'וועט ארויף קומען דארט דרוק אויף start פון apache.דערנאך עפן אויף פייל עקפלאדער גיי אריין צו this PC/local disk/XAMPP/htdocs דא איז די פלאץ ווי עס דארף ליגן php פיילס, אוו נאר פון דא וועט עס ארבעטן (געווענדליך)יעצט אזוי ווי ס'איז דא א PDF עקסטענשאן און ביי יעדע PDF פייל שטייט נאכדעם PDF אזוי אויך איז דא א php עקסטענשאן.די ערשטע זאך מאך זיכער אז דיין פייל עקספלאדער איז אנגעשטעלט צו קענען זעהן עקסטענשאנס, אויב נישט גיי אויבן פון די פייל עקספלאדער איז דא א טע"ב view דארט איז דא א אפשן file name extensions מאך זיכער ס'האט א טשע"קיעצט גיי צו די טע"ב home דרוק אויף new item, מאך אויף א נייע טעקסט פייל, עס וועט ארויף קומען א נייע טעקסט פייל מיטן נאמען New Text Document.txt קענסט אריינלייגן וועלכע נאמען דו ווילסט אבער מאך זיכער צו טוישן פון txt. צו php. אונז וועל מיר נוצן די נאמען test.phpיעצט עפן עס אויף מיט סיי וועלכע טעקסט עדיטער למשל notepad און לייג אריין דארט די פאלגענדע שורות:```echo "hello!";?>```יעצט גיי צו דיין בראוזער לייג אריין דארט :localhost/test.phpעס דארף ארויף צו קומען אין דיין בראוזער hello!אויב ס'האט געארבעט שטייסטו גוט!קומענדיגע מאל וועל איך אי"ה מסביר זיין וואס די שורות מיינען, הצלחה מרובה!!

א
אידיש
37 POSTS
: May 13, 2022, 3:10 am
@amk *****די עולם ווארט צו הערן וויטער ************חזק ואמץ!!!!!!!!!!!!!!!!!!אל תתייאש!!!!!!!!!!!!!!!!!!!************

A
Amk
263 POSTS
: May 15, 2022, 10:55 pm
@אידיש גערעכט