ESEQ Technology Forum
Where hotlines speak!

ווי אזוי צו אינסטאלירן א סערווער אויף די אייגענע קאמפיוטער מיט php


A
Amk
263 POSTS
: March 14, 2022, 11:09 pm
נישט יעדע קאמפיוטער פארשטייט פה"פ פארדעם דארף מען אינסטאלן ספעציעלע סאפטוועיר כדי עס צו מאכן ארבעטן און אזוי קען מען ווייטער פראקטעצירן.מען קען אינסטאלן די סאפטוועיר פון:https://www.apachefriends.org/index.htmlמאך זיכער צו דאונלוידן די ריכטיגע פאר דיין קאמפיוטער געוואנדען אויב ס'איז 32bit אדער 64bit מ'קען עס אויסגעפונען דורכ'ן אריין לייגן ביי די windows search די ווארט "version"נאכ'ן דאונדלוידן עפן אויף, עס קומט ארויף א ליסטע פון זאכן וואס מ'קען אלץ אינסטאלן די זאך וואס פעלט דא אויס איז apache מאך זיכער אז יענץ האט א טשעק.(ס'קומט דארט ארויף עדוועטייזמענט בשעת'ן אינסטאלן ס'פעלט נישט אויס צו דרוקן גארנישט)איינמאל ס'איז אינסטאלט לייג אריין ביי windows search : XAMPP control דרוק אויף וואס ס'וועט ארויף קומען דארטדרוק אויף start פון apache.דערנאך עפן אויף פייל עקפלאדער גיי אריין צו this PC/local disk/XAMPP/htdocs דא איז די פלאץ ווי עס דארף ליגן php פיילס, אוו נאר פון דא וועט עס ארבעטן (געווענדליך)יעצט אזוי ווי ס'איז דא א PDF עקסטענשאן און ביי יעדע PDF פייל שטייט נאכדעם PDF אזוי אויך איז דא א php עקסטענשאן.די ערשטע זאך מאך זיכער אז דיין פייל עקספלאדער איז אנגעשטעלט צו קענען זעהן עקסטענשאנס, אויב נישט גיי אויבן פון די פייל עקספלאדער איז דא א טע"ב view דארט איז דא א אפשן file name extensions מאך זיכער ס'האט א טשע"קיעצט גיי צו די טע"ב home דרוק אויף new item, מאך אויף א נייע טעקסט פייל, עס וועט ארויף קומען א נייע טעקסט פייל מיטן נאמען New Text Document.txt קענסט אריינלייגן וועלכע נאמען דו ווילסט אבער מאך זיכער צו טוישן פון txt. צו php.אונז וועל מיר נוצן די נאמען test.phpיעצט עפן עס אויף מיט סיי וועלכע טעקסט עדיטער למשל notepad און לייג אריין דארט די פאלגענדע שורות:```echo "hello!";?>```יעצט גיי צו דיין בראוזער לייג אריין דארט :localhost/test.phpעס דארף ארויף צו קומען אין דיין בראוזער hello!אויב ס'האט געארבעט שטייסטו גוט!קומענדיגע מאל וועל איך אי"ה מסביר זיין וואס די שורות מיינען, הצלחה מרובה!!