ESEQ Technology Forum
Where hotlines speak!

2 Code editors


E
Eseqtechusa
165 POSTS
: March 15, 2022, 2:26 am
@amk אפשר כדאי צו דערמאנען sublime textעפעס אינציווישן די צווי דערמאנעע, זייער לייכט מיט פארשידינע קעסטענשנס

A
Amk
263 POSTS
: March 15, 2022, 1:30 pm
פאר איך שרייב ווייטער וועגן פה"פ זעלבסט, דארף מען קודם שרייבן א ווארט וועגן text editors.בעצם קען מען שרייבן פה"פ אויף סיי וועלכע text editor אבער פאר פראקטישקייט איז דא צוגעשטעלט ספעציעלע editors וואס העלפן ארויס שרייבן אן קיין טעותים דורך'ן מאכן פארשידענע קאלירן, פאר איינער וואס הייבט אן איז עס ממש א מוז.צווישן זיי איז באקאנט די Microsoft visual studio אויך גערופן VS code.מ'קען עס דאונלאודען פון דא:https://code.visualstudio.comנאכדעם וואס מ'אינסטאלירט עס דארף מען עקסטער דאונלוידען א ספעציעלע חלק געאייגנט פאר פה"פ (אויב עס קומט נישט דערמיט), נאכן עפענען דארף מען גיין צו extensions דערנאך manage extensions דארט קען מען זעהן וואס איז שוין אלץ אינסטאלירט און דארט קען מען אויך דאונלוידן נייע.אויב דו זעהסט גארנישט דארט וועגן פה"פ גיי צו online לייג אריין אין די "search: "PHP טרעף עפעס וואס זעהט דיר אויס ווי עפעס וואס העלפט שרייבן פה"פ דאונלויד עס דערנאך מאך צו די גאנצע זאך, ווייל ווילאנג ס'איז אפן קען זיך גארנישט אינסטאלירן, איינמאל ס'איז פערטיג גיי צו סיי וועלכע פייל וואס דו האסט געמאכט פאר פה"פ מאך א ריי"ט קלי"ק > open with > Microsoft visual studio וועסטו זעהן פארשידענע קאלירן אויף די אותיות וואס דאס קען שטארק ארויסהעלפן דורכאויס שרייבן קאוד.פון די אנדערע זייט Microsoft visual studio נעמט אויף אסאך פלאץ אויפן קאמפיוטער, ס'דא א אנדערע עדיטער ס'הייסט : notepad plus plus אדער ++notepad כ'האב נישט יעצט די פונקטליכע לינק.יענץ איז אביסל ווייניגער פארגעשריטן ווי Microsoft visual studio אבער ס'איז נישט אוועקצומאכן, אויב דו נוצט יענץ דארפסטו גיין צו plugins דאכט זיך, און אונטער דעם וועל אויס PHP, עס וועט זיך דאונלוידען א zip פייל (ביי דעם געדענק איך נישט זיכער די אנווייזונגען איך שרייב בערך וואס כ'געדענק).

א
אידיש
37 POSTS
: May 16, 2022, 11:34 pm
איך האב געטראפן אז מקען ניצן Microsoft visual studio אנליין און עס ארבעט זייער גוט אזוי מאכט עס נישט שטייט די קאמפיוטער עס איז זייער פראקטיש און באקוועםדי לינק צו עס ניצן איז https://vscode.dev