ESEQ Technology Forum
Where hotlines speak!

4 echo-example


A
Amk
263 POSTS
: March 18, 2022, 8:21 pm
די ווארט ```echo``` ווי יעדער זעהט, זאגט פאר די מאשין ארויסצושרייבן די קומענ'דיגע אותיות, לדוגמא:```echo "ברוכים הבאים";?>``` די ווארט ```echo``` איז נאר א האלב פון די באפעל, נאכדעם דארף מען שרייבן וואס ער זאל ארויסשרייבן, די ווערטער ```"ברוכים הבאים"``` ווערט גערופן א ```string``` .עס איז זייער וויכטיג צו געדענקן די נעמען ווי אזוי זאכן הייסן, און אין די פאל אויך די ספעלינג.ווי פארשטענדליך קען די סטרינג זיי סיי וועלכע ווערטער דו ווילסט, און פון סיי וועלכע שפראך, אזוי אויך קען עס אינהאלטן נומערן, סימבאלן, אא"ו.אבער איין וויכטיגע תנאי, וואס אן דעם וועט עס נישט ווערן באטראכט פאר קיין ```string``` דאס איז אז עס מוז זיך אנהייבן און ענדיגן מיט ```'``` אדער מיט ```"```.עס זענען דא געוויסע חילוקים פון די צוויי מ'וועל מיר עס אי"ה אויסשמועסן שפעטער.דערנאך קומט די ```;``` (אויב דו האסט באמערקט...) נו, וואס איז דאס? דאס איז גראדע זייער זייער א וויכטיגע שטיקל אינעם שורה. כדי די מאשין זאל פארשטיין אז דו האסט געענדיגט די באפעל, און יעצט קען מען גיין צו די נעקסטע זאך, מוז מען מאכן א ```;``` אזוי וועסטו יעצט קענען שרייבן די נעקסטע שורה :```echo "ברוכים הבאים";echo " אלע אידן";?>```אויב מ'פארפעילט די ```;``` צווישן איין שורה און די צווייטע וועט די מאשין ווערן צומישט און עס וועט ארויף קומען א ערראר אויף די בראוזער, (דאס אז עס איז געשריבן אויף א עקסטערע שורה מאכט בכלל נישט אויס אין פה"פ, פה"פ רעכנט זיך כמעט נישט מיט קיין שורות, דאס אז שרייבן אזוי``````וועט אויך זיין גוט).דאס אויסלאזן די ```;``` איז מן הסתם די מערסט פארשפרייט'סטע טעות וואס פראגרעמערס מאכן ווען זיי הייבן אן שרייבן פראגרעמינג, אבער צוביסלעך געוואוינט מען זיך צו.