ESEQ Technology Forum
Where hotlines speak!

נאטיצן אין PHP


A
Amk
263 POSTS
: March 28, 2022, 11:31 pm
אסאך מאל קען א סקריפט ווערן זייער קאמליצירט און שפעטער ווען מ'וויל עפעס פאררעכטן דארט, געדענקט מען שוין לאנג נישט וואס זאכן מיינען און מ'האט נישט קיין אהנונג וואס דארטן שטייט.פאר דעם איז דא אזא זאך אז אינמיטן א סקריפט קען מען שרייבן נאטיצן פאר זיך אליין און די מאשין וועט אויסלאזן די נאטיצן בשעת'ן ליינען וואס זי האט צו טון.עס זענען דא צוויי וועגן פאר דעם, די ערשטע איז געמאכט פאר קורצע נאטיצן, און די צווייטע פאר לענגערע.די קורצע וועג:```//דאס איז א נאטיץ//דאס איז נאכאיינס, און דערנאך וועט קומען די קאודecho 'hello';?>```און עס ארבעט אזוי; נאכדעם וואס מען מאכט צוויי ```/``` (מאכט נישט קיין טעות צווישן ```/``` און ``````) וועט די מאשין איבערהיפן פון דארט און ווייטער ביז די קומענ'דיגע שורה, (כאטש וואס אין רוב פעלער רעכענט זיך פה"פ נישט מיט די שורות) ממילא קען מען פון דארט און ווייטער שרייבן פריוואטע נאטיצן אן דעם וואס די מאשין זאל זיך אפשטעלן ביי די ווערטער וואס דו האסט דארט געשריבן.די צווייטע וועג ארבעט אזוי:```/*דאס איז א לאנגע נאטיץ וואס קען זיך ציען וויפיל שורות דו ווילסט ווילאנג עס קומט די */echo 'hello';?>```דאס איז ווייניגער קאמפילעצירט און גאנץ פארשטענדליך, אז אלעס צווישן ```*/``` און די פארקערטע ```/*``` ווערט באטראכט אלץ נאטיץ און וועט ווערן אריבערגעהיפט דורך די מאשין (אפשר ענינא דיומא לכבוד 'פסח')אונז וועל מיר זיך אפט באנוצען מיט די נאטיצן אי"ה ווען עס קומט מסביר צו זיין די תוצאה פון די שורות אין די סקריפט.

A
Amk
263 POSTS
: March 31, 2022, 10:55 pm
@amk פאר נאך א וועג [קוק דא](http://forum.eseqtech.com/topic/291/%D7%90-%D7%94%D7%95%D7%A1%D7%A4%D7%94-%D7%90%D7%95%D7%99%D7%A3-%D7%A0%D7%90%D7%98%D7%99%D7%A6%D7%9F?_=1648767147080)