ESEQ Technology Forum
Where hotlines speak!

8 integer - גאנצע נומערן


A
Amk
263 POSTS
: March 31, 2022, 12:07 am
עס זענען דא אסאך וועגן ווי אזוי מ'קען אראפשרייבן אינפארמאציע, פעדער און פאפיר, DNA (די געוואלדיגע נפלאות הבורא וואס ליגט אין אונזערע בלוט וואס איז דא אין יעדע צעל א אויסטערלישע סכום פון אינפארמאציע עד כדי כך אז עס איבערצושרייבן אויף פאפיר וואלט עס אויסגעקומען אזויפיל ביכער אז ס'וואלט געווארן א הויפן פון די וועלט ביז די לבנה 10 מאל אהין און צוריק, פון די אינפראמאציע וואס שטייט אין איין צעל, עכ"פ נישט פאר יעצט...).א דריטע וועג פון שרייבן אינפארמאציע איז עלעקטעראניש, אינפארמאציע געשריבן עלעקטעראניש ווערט גערופן "data".פונקט ווי ביי פאפיר איז דא אסאך סארטן פון אראפשרייבן אינפארמאציע, דורך אותיות אדער דורך בילד, קאלירט אדער נישט, איז ביי data אויך שייך פארשידענע סארטן זאכן וואס מ'קען דארט אראפשרייבן, און יעדע זאך פאר זיך ווערט אוועקגעלייגט אויף א אנדערע אופן פונעם צווייטן.אונז האמיר שוין געשריבן וועגן ```string```, דאס איז איינער פון די data types וואס זענען פארהאן, די טיי"פ קען אראפשרייבן סיי וועלכע אות נומער אדער ABC אבער עס פארשטייט נישט וואס ס'ליגט דארט.יעצט גיי מיר אריבער צום ```integer``` אויך גערופן "```int```" וואס דאס נעמט אריין נאר נומערן, און נאר "גאנצע" נומערן, די נומער 1.09 וואס באדייט א גאנצע מיט 90 פראצענט ווערט נישט פאררעכנט פאר א integer אין פאר דעם איז דא א עקסטערע טייפ, integer איז נאר סיי וועלכע גאנצע נומער.עס קען אויך זיין א נעגעטיווע נומער לדוגמא 2- וואס באדייט צוויי אונטער 0.די נומער וואס איז אראפגעשריבן אין דעם פארמאט וועט ווערן "פארשטאנען" ביים מאשין דאס הייסט אז די מאשין קען רעכענען מיט דעם נומער, לדוגמא:```//די אויסקום: 7echo 7;//די אויסקום: 18echo 11 + 7;//אויסקום: 7 + 11echo "11 + 7";?>```די וועג ווי אזוי די טייפ ווערט געשריבן איז אנדערש ווי ביי סטרינגס וואס דארף זיך אנהייבן און ענדיגן מיט ```"``` אדער ```'```, דא ביים ```int``` לייגט מען ארויס די נומער כמות שהוא אן קיין הקדמות.ווי מ'זעהט קען מען אויך נוצן די סיבאלן + - אא"וו און די מאשין וועט פארשטיין אויסצורעכענען די גאנצע מעשה און ארויסלייגן די ענטפער.אונז וועל מיר נאך אי"ה שרייבן עקסטער וועגן אלע וועגן וואס מ'קען רעכענען.