ESEQ Technology Forum
Where hotlines speak!

10 נוצן (רינגעלעך) ביים רעכענען


A
Amk
263 POSTS
: May 15, 2022, 11:46 pm
געב א קוק אויף דעם```//אויסקום 2echo (5 + 5) / 5//אויסקום 6echo 5 + (5 / 5);?>```זיי מסביר?זייער פשוט ביים ערשטן שורה זענען די רינגעלעך ארום די ```5 +5``` וועט די מאשין קודם ליינען 5 + 5 וואס דאס וועט אויסקומען 10, דערנאך וועט ער ליינען 10/5 (10 ווערט צוטיילט ביי 5) וואס דאס וועט אויסקומען 2.משא"כ ביי די צווייטע שורה זענען די ריגעלעך ארום די ```5 / 5``` וועט די מאשין קודם אויסרעכענען 5 / 5 וואס דאס וועט זיין 1 דערנאך וועט אויסקומען 5+1 פארדעם וועט ארויסקומען 6.די כלל איז ווען די מאשין קומט אן צו א אייגערינגעלטע נומער וועט עס קודם אויסרעכענען די איינגערינגעלטע און נאכדעם ממשיך זיי מיט די חשבונות אין די פאל ```5+(5/5)``` וועט עס זיך אפשטעלן נאכן ליינען די 5+ און קודם אויסרעכענען (5/5) און ס'וועט באקומען א 1 יעצט וועט די מאשין ליינען כאילו ס'וואלט געשטאנען 5+1.די וועג ווי אזוי דו קענסט שנעל אויסגעפונען וואס די רעזולטאט וועט זיין איז אז דו זאלסט אויסרעכענען קודם די איינגערינגעלטע און נאכדעם עס צוזאמרעכענען מיט די נישט איינגערינגעלטע.לאמיר גיין א שטאפל ווייטער:```//אויסקום 6echo 5 + (5 / (4 + 1));//אויסקום 7.25echo 5 + (5 / 4 + 1);?>```דאס ארבעט אויך מיטן זעלבן חשבון דהיינו; ביים ערשטן שורה וועט מען קודם אויסרעכענען די מערסט אינעווייניגסטע רינגלעך (4+1) דאס וועט זיין 5 דערנאך וועט מען אויסרעכענען די מער אויסענווייניגסטע רינגעלעך וואס דאס וועט יעצט זיין (5/5) דאס וועט אויסקומען 1 דערנאך וועט מען רעכענען 5+1 = 6.משא"כ ביים צווייטן שורה איז נישט דא מען ווי איין פאר פון רינגעלעך פארדעם וועט עס אויס קומען קודם 5/4 וואס דאס וועט אויסקומען 1.25 דערנאך +1 =2.25 דערנאך 5+(2.25) = 7.25 !ועל זה אומרים נישט שווער אבער קאמפליצירט שטרענג דיך אן וועסט עס כאפן בעזה"י.יעצט א שאלה : ביים ערשטען דוגמא איז עפעס שלעכט געשריבן?אויב נישט דריק ארויף (^ נעבן ציטוט) אויב יא דרוק אראפ

A
Amk
263 POSTS
: May 15, 2022, 11:50 pm
@amk [ענטפער](http://forum.eseqtech.com/topic/325/%D7%A2%D7%A0%D7%A4%D7%A2%D7%A8%D7%A1)

E
Eseqtechusa
165 POSTS
: May 16, 2022, 8:59 pm
נאכן פארשטיין דאן לערנט זיך גרינגער שו"ע הרב5+6*9וועט די * ארבעטן פריער ווייל אזוי האבן די יוונים מחליט געווען