ESEQ Technology Forum
Where hotlines speak!

11 float, null


A
Amk
263 POSTS
: May 16, 2022, 11:04 pm
אונז האמיר שוין געלערנט וועגן string ```'דוגמא'``` ```"דוגמא"``` int ```1``` ```2``` ```3 ``` עס זענען דא נאך אפאר data types וואס אונז האמיר נאכנישט געדעקט, ואלו הן:```פלאעט:```פלאעט איז די זעלבע זאך ווי int נאר די חילוק איז אז פלאעט איז א נומער מיט א פינטל דאס הייסט נישט א גאנצע נומער, לדוגמא:```1.05 //float1.00 //float1 //int0 //int0.03// float0.00 //float?>```אסאך מאל ווען מ'מאכט חשבונות מיט צוויי ints וועט די ענטפער זיין א ```float``` למשל:```((int) 5 / (int) 2 ) //(float) 2.5```אויב די ווילסט אז ס'זאל דווקא נישט זיין א פלאעט און אין די פאל ווילסטו באקומען די נומער צוויי אן די 0.5 דאן קענסטו **צווינגען** די מאשין דיר צוריק צו געבן די טייפ "אינט" מיט'ן לייגן אין רינגעלעך די טייפ וואס דו ווילסט, געב א קוק אויף דעם:```echo (float) 5 /2; // אויסקום 2.5echo (int) 5 / 2; // 2echo (int) 1.09; // 1echo (float) 1; //1.00?>```די וועג ווי אזוי דאס ארבעט איז אז ווען דו ביסט מקדים אז דו ווילסט דא באקומען א פלאעט וועסטו עס באקומען אפי' אויב די עצם נומער איז ארגינעל געווען עפעס אנדערשט, דאס מיינט אז די נומער וועט ווערן "קאנווערטעט" צו א אנדערע טייפ.```נול```:די טייפ ```null``` מיינט גארנישט יא יא ס'מיינט ממש "גארנישט" ! ווען דו ווילסט רעדן פון גארנישט דארפסטו שרייבן פארן מאשין null:```echo null; // אויסקום :echo 'null'; //אויסקום : null```דאס הייסט די ווארט null אליינס אן קיין שטרעכן וועט זיין די טייפ נול פארדעם וועט טאקע גארנישט ארויפקומען, משא"כ ווען ס'האט שטרעכן ארום זיך איז עס אזוי ווי א געהעריגע סטרינג ממילא וועט ארויפקומען די ווארט null אויפן סקרין.ס'וויכטיג צו באטאנען אז די ווארט null איז איינס פון א סעריע ווערטער וואס פה"פ פארשטייט וואס ס'מיינט, ממילא ווען מ'שרייבט די ווארט null פאר פה"פ וועט ער נישט ווערן באליידיגט ווייל ער ווייסט אז מ'מיינט "גארנישט", ווידער אויב מ'וועט אים שרייבן סיי וועלכע אנדערע ווארט אן קיין שטרעכלעך וועט ער רעאגירן מיט א שארפן עראר מעסעדזש אז ער פארשטייט נישט וואס דו ווילסט פון אים.וועסטו דאך אוודאי פרעגן פארוואס זאל מען זיין פארנומען מיט "גארנישט" סתם פאר גארנישט, גערעכט, אונז גיי מיר נאך אי"ה זעהן וואו די זאך קען גאר שטארק צונוץ קומען.און יעצט די שאלה : פיל אויס די טייפס פון די קומענדיגע שורות```echo 1;echo '1';echo 'null';echo '1.00';echo 5/2;echo 5/5;echo 1 + 0.09;```

A
Amk
263 POSTS
: May 16, 2022, 11:54 pm
@amk [ענטפער](http://forum.pintelhotline.com/topic/325/%D7%A2%D7%A0%D7%A4%D7%A2%D7%A8%D7%A1)