עס זענען דא אסאך מאל וואס PHP וועט ליינען זאכן אנדערשט ווי אונז, למשל ```echo 5+5``` נאך די ווארט "echo" אויב PHP באגעגענט מאטעמאטיקס וועט ער זיך אפשטעלן און ווארטן אז די מאטעמאטיקס זאל קודם ווערן אויסגערעכנט און ווען די ענטפער ווערט **צוריקגעגעבן** וועט ער ליינען כאילו ס'שטייט ```echo 10```.אין אסאך פעלער גשעהעט מיט functions די זעלבע זאך, לאמיר נעמען פאר א דוגמא די function מיטן נאמען ```"gettype"``` דאס איז א פאנקשן וואס מ'קען דורך דעם אויסגעפונען די טייפ פון די זאך וואס מ'לייגט דארט אריין, באטראכט דאס:```echo gettype('דוגמא'); // אויסקום: stringecho gettype(1); // integer (די עכטע ווארט פאר int)echo gettype(1.00);// double (נאך א נאמען פאר float)?>```וואס גייט דא פאר?אזוי איז עס, ווען דו ווילסט נוצן די function ```gettype``` שרייבסטו די ווארט "gettype" דערנאך קומט רינגעלעך () די רינגעלעך איז אזוי ווי א שיסל פאר געטטייפ וואס דארט לייגט מען אריין די **ארגעמענט** אויף וואס די פאנקשן דארף ארבעטן.ביים ערשטן שורה וואס די ארגעמענט איז די טייפ *string* וועט די פאקשן **צוריקגעבן** ```'string'``` דאס וועט מאכן אז PHP זאל ליינען ווי גלייך ס'וואלט געשטאנען ```'echo 'string``` פארדעם וועט ארויפקומען אויפן סקרין string.ביים צווייטן שורה דארט ליגט אין שיסל א אנדערע **ארגעמענט** וואס איז פון די טייפ אינט, וועט עס **צוריקגעבן** ```'integer'``` ממילא וועט ארויפקומען אויפן סקרין די ווארט "integer" אא"וו.אזוי איז דא א גאנצע רייע אריינגעבויעטע פאנקשנס אין PHP וואס די אויסקוק אין די געדאנק פון אלע זענען מער ווייניגער די זעלבע :```name_of_the_function(argument);//אדערname_of_the_function(argument_1, argument_2 ...);//אדערname_of_the_function();```דאס הייסט די פאנקשן האט א נאמען געווענדליך עפעס וואס טייטשט אפ וואס ער טוט, אין די פאל איז עס א צוזאמשטעל פון צוויי ווערטער "get type" דערנאך קומט רינגעלעך וואס דאס איז ווי די שיסל אין וואס מ'לייגט אריין די זאכן אינעם פאנקשן, דאס ווערט גערופן **ארגעמענטן**ס'קענען זיין אפאר ארגעמענטן אין איין פאנקשן אין עס ווערט צוטיילט מיט א קאמע ```,``` דאס איז ביי אזעלכע פאנקשן וואס דארפן-אדער-קענען האבן מער פון איין ארגעמענט, (נישט אין אונזער פאל)און אסאך מאל איז דא וואס עס דארף נישט קיין שום ארגעמענט דאס איז אין פאל וואס די פאנקשן דארף נישט געטון ווערן מיט א געוויסע ספעציפישע זאך.אונז וועל מיר זיך נאך באגעגענען מיט אסאך פאנקשן אריינגעבויעטע און אייגען געמאכטע אי"ה.און יעצט די שאלה:וואס וועט זיין די הלכה ביי דעם? (טראכט גוט)```echo gettype(gettype(1));?>```[ענטפער](http://forum.pintelhotline.com/topic/325/%D7%A2%D7%A0%D7%A4%D7%A2%D7%A8%D7%A1/3?_=1652826786824)