ESEQ Technology Forum
Where hotlines speak!

13 variables - די זכרון פונעם קאמפיוטער


A
Amk
263 POSTS
: May 20, 2022, 12:36 am
חוץ פון דעם אז אויף א קאמפיוטער קען מען אויפמאכן און האלטן פיילס וואס ליגט אויף א SD קארטל אדער אויף א אריינגעבויטע DISK, האט א יעדע קאמפיוטער א כח צו געדענקן אויף צייטווייליג וואס ער האט צו טון.א גוטע דוגמא פאר דעם איז "copy paste" קודם זענען די ווערטער געשטאנען אויף איין פלאץ פונעם disk און ס'דארף אנקומען צו א צווייטע פלאץ, נו ווי אזוי גייט די אינפאמאציע אריבער פון איין פלאץ צום צווייטן? די תירוץ איז אז די קאמפיוטער נעמט אריין די אינפארמאציע אין די memory און פון דארט ווערט עס אריבערגעלייגט צום ערווארטעטע דעסטענאציע.א ```variable``` איז די זעלבע געדאנק, מ'מאכט דעם קאמפיוטער געדענקן געוויסע זאכן וואס מ'וויל שפעטער נוצן, געב א קוק אויף דעם:```$name='אברהם';//אויסקום: אברהםecho $name;?>```וואס דא געשעהט איז; אין די ערשטע שורה זאג איך פאר די קאמפיוטער געדענק! ווען איך שרייב די ווארט ```name$``` מיינט עס ```'אברהם'```.אין די צווייטע שורה שרייב איך ```echo $name ``` דאס וועט ווערן געליינט ביים מאשין ```'אברהם' echo```.די name$ ווערט גערופן ```variable``` אין די סטרינג 'אברהם' ווערט גערופן ```value``` ווייל דאס איז כאילו די ווערד וואס די וואריעבל האט.די וועליו פון די וואריעבל קען זיין סיי וועלכע טייפ וואס אונז האמיר שוין אויסגעשמועסט פריער און נאך וואס אונז האבן נאכנישט געדעקט, לדוגמא:```//string$name='avrum';//int$age=18;//float$price=1.50;//null$nothing=null;?>```ווי דו באמערקסט מן הסתם אז די נעמען פון די וואריעבלס זענען לאוו דווקא, מ'קען זיך אליינס אפמאכן וועלכע נאמען מ'וויל געבן פארן וואריעבל, אבער ס'דארף זיך אנהייבן מיט א **$** אזוי זאל די מאשין וויסן אז דאס איז א וואריעבל און גיין אויפזוכן וואס די וועליו פאר די וואיעבל איז, עס איז גראדע דא נאך אפאר ראל"ס אויף די נעמען פון די וואריעבלס וואס אונז וועל מיר אי"ה אויסשמועסן עקסטער.זייער אסאך מאל קען א סקריפט ווערן זייער קאמפליצירט פארדעם איז כדי צו געבן באדייטפולע נעמען פאר די וואריעבלס וואס זאלן ריכטיג אפטייטשן די וועליו וואס זיי האלטן אין זיך, כדי אז ווען דו ליינסט איבער די סקריפט זאלסטו נישט דארפן איבערקוקן נאכאמאל און נאכאמאל וואס די וואריעבל דארף צו אינהאלטן.די וועג ווי אזוי מ'שרייבט אריין אין א וואריעבל איז אז קודם שרייבט מען די נאמען פון די וואריעבל דערנאך די **=** דערנאך די וועליו.```// 'זאל זיין 'אברהם $name אין אידיש$name='אברהם';?>```פון יעצט און ווייטער ווען די מאשין וועט זען name$ וועט ער ליינען 'אברהם', און דאס איז דווקא נאר **נאך די שורה** און ווייטער ווייל פאר די שורה ווייסט נישט די מאשין וואס name$ מיינט.```// 'integer' וועט ליגן $type אין$type=gettype(1);// 'string' וועט ליגן $example אין$example =gettype($type);?>```לויט די אינפארמאציע וואס דו האסט דארפסטו אליינס קענען אויסרעכענען וואס דא גייט פאר.ס'איז גאנץ פשוט, ביים ערשטן שורה וועט די מאשין ליינען 'type='integer$ ווייל די gettype פאנקשאן וועט צוריקגעבן א סטרינג וואס האט אין זיך די ווארט integer.ביים צווייטן שורה וועט צום ערשטן ווערן פון ```;example=gettype('integer');``` ```$example=gettype($type)$``` דערנאך ```'examle='string$``` דאס איז ווייל gettype וועט אויסשפייען א סטרינג וואס האט אין זיך די ווארט 'string'