די נאמען פון א וואריעבעל האט געזעצן וואס די נאמען קען זיין.עס זענען דא דריי מיני כאראקטארן (אותיות) וואס עס קען גענוצט ווערן:* ABC* 123* abcאבג* _נאר די מיני אותיות קענען ווערן גענוצט דהיינו גרויסע לעטערס (ABC's) קליינע לעטערס אדער אידישע אותיות וואס דאס ווערט גערעכט ווי פון די זעלבע משפחה, נאכדעם איז דא נומערן, דארנאך איז דא די אנדערסקוואר ```_``` דאס איז דאכט זיך די איינציגסטע סימבאל וואס איז ערלויבט צו זיי אין א וואריעבעל נאמען.אבער ביים ערשטן אות פונעם וואריעבל זענען נאר ערלויבט קליינע abc'sאותיות אדער די **_** , גרויסע abc's אדער נומערן זענען נאר ערלויבט פון נאך די ערשטע אות און ווייטער.פאר די נאמען פון די וואריעבעל דארף אלעמאל זיין א **$** וואס דאס ווייזט פארן מאשין אז מ'רעדט דא פון א וואריעבל.דא האסטו א ליסטע פון כשר'ע און פסול'ע נעמען:* $name* $_NAME* ערשטע_נאמען$* נאמען_נומער_$1* $firstName* ~~$NAME~~* ~~$1_NAME~~* ~~$1'st_name~~* ~~$admin's_name~~* ~~זענט_איר_אינטערסירט?$~~אויב ווילסטו זיין אומבאגרענעצט מיט נעמען און קענען מאכן נעמען לויט דיין געשמאק קענסטו אריינלייגן די נאמען אין א סטרינג און אינצווישן {} אזוי :```${"די רבי פון גאנץ כלל ישרא'?"}='משה רבינו';${'די נומער פאר 2'}=1;```