@אידיש מיין האטליין גייט זייער שטארק מיט ```php``` .איך וויל קענען מאכן איין פלאץ ווי עס זאל זיין פיל מיט ריקארדינגס איינס זאל זיין שבת, איינס זאל זיין דף מב, און דורך ```php``` וועל איך קענען אויסוועלן ווען ס'זאל שפילן וואס אזוי וועט עס קענען שפילן איינס נאכן צווייטן שבת-דף מב-ע"ב.נאך א סיבה פארוואס איך דארף עס וואס דאס איז די עיקר סיבה, איך וויל קענען אויפשפילן א מעסעדזש פון א צוהערער אין אסאך אנדערע פלעצער, יעצט איך וואלט עס געקענט מאכן אז יעדעס מאל איך וויל אויפשפילן א מעסעדזש פון א אנדערע פלאץ זאל עס אהין טאנצן, אבער וואס טו איך אויב יענער דריקט סטאר אינמיטן הערן טרעפט ער זיך אין א אנדערע פלאנעט.אדער אויב איך וויל מאכן אז גלייך נאכן הערן יענע מעסעדזש זאל ער צוריק טאנצן צו א צווייטע פלאץ, און אויב די מעסעדזש ליגט צווישן אסאך אנדערע מעסעדזשעס וועט די סיסטעם ווייטער שפילן אלע איבריגע מעסעדזשעס, ווייל ```jump``` ארבעט נאר נאכן ענדיגן שפילן אלע איבריגע מעסעדזשעס